דודי קנאפלער - שירה הזאת

מקור: ליפא שמלצער, לחן: יוסי גרין, ז'אנר: לא צויין.

נמצא באלבום: מיין חלום.

yosittt | יום חמישי כ"ו כסלו התשע"ח, 14-12-2017 בשעה 14:07צפיות: 2518.
דודי קנאפלער
דודי קנאפלער
מילות השיר:
אז ישיר את השירה הזאת
וועלכע ניגון איז אזוי גרויס
אז מען קען עס אנריפען השירה הזאת
השירה הזאת הזאת

יעדער האט זיך זיין אייגענעם זאת
און ביי א יעדעם איז אנדערש דעם אייגענעם זאת
דער באשעפער פארנעמט דאך מער פון איין זאת.
מער פון איין זאת בלויז
אלע שירות ותשבחות.

השירה הזאת

אז ישיר את השירה
דער חזן מיט זיין גבורה
א שיינעם טל... ווי א טאליענער
ווי א טענער אויף די העכסטע טענער
השירה הזאת

אז ישיר שירה
באימה וביראה
א ווארעמע ניגון רירט אלע סטרונעס
אז ישיר שירה
א יעדער לויט זיין בחירה
א חופה א קומזיץ בקשות ותחינות
שירה השירה הזאת

אז ישיר שירה
ביים רבינס טיש ס׳זינגט א חבורה
א ווארעמע וואלץ א סאלידער
און די חסידים גליען די גלידער
שירה השירה הזאת

אז ישיר שירה
זיצן זיך אפאר אירע
און א רעסטאראנט
מיט לעפלעך און די האנט
פארטיפט אין א רעגעי
ס׳לעבט זייער צורה
שירה הזאת

מיט אלע איברים און ירושלים הבירה
ישיבה בחורים טאנצען די שירה
די ראש ישיבה אינדערמיט מיט א דערהויבן צורה
ער הייבט זיינע תלמידים ס׳נישט קיין סתירה

אז ישיר שירה
א גאסט פון ארץ ישראל ער וואוינט נעבען די
מירע
ברענגט א דעבקע א קאדאדטשקע
א גאנצע געראטשקע
און אין הימעל אלע גזירות גיט א ציפאטשקע
השירה הזאת
השירה הזאת אני שר

נחמן שפילט אויפן גיטאר
(גיטאר סאלא)
מיט פארמאכטע אויגן שטריק נאך שטריק
(גיטאר סאלא)
צופרידנשטעלן די וואס האבן ליב בלויז
מוזיק
(גיטאר סאלא)
שירה הזאת.

-- נמשל--

פונקט ווי סאיז דא פיל מינע נגונים
אזוי איז דא נאך מער מבינים
פון אלע סטיילס אין אלע מינים
יעדער לויט זיין שטאפעל
דאך איז יעדער מודה דערינען
אז אלע האבן נגוני אינזינען
דער זינגט אזוי און יענער אזי
דער דריטער שלעפט מיר איין ווי ביי המפיל

אזוי אויך כלל ישראל ווי ידידים
ספרדים לטאים און חסידים
דער מיט תחנונים דער מיט ריקודים
ס׳פארהאן מער ווי איין קאפל

דאך איז יעדער מודה דערינען
אז אלע האבן דעם בורא אינזינען
דער אייבישטער לעכצט
נאך יעדער סארט קרעכץ
מיט יעדער תפילה איז זיך מטפל.

באשעפער צוזאמען אונז זינגען לאז
און מיר פרעגן ווען וועט שוין קומען דעם אז!
הערות על השיר:
לחן: יוסי גרין.
עיבוד: יידל רוזנפלד.
מילים: ליפא שמלצער..

עוד באתר:

  • הנוסטלגיה חוזרת!

    איתי סיטבון בכתבה על האלבום החדש "אלירן אלבז מארח" של הזמר ונגן הבוזוקי אלירן אלבז.
    קריאה מהנה!

    הנוסטלגיה חוזרת!
  • דוד מלך ישראל חי וקיים !

    אבי אברהם בביקורת על אלבומו האחרון של ישראל ורדיגר אשירה ואזמרה.

    דוד מלך ישראל חי וקיים !
  • ראשון ומוצלח.

    נתנאל לייפר בביקורת על אלבום הבכורה המוצלח של היוצר שלומי כהן. אלבום עם כל הדברים שנצרכים בשביל אלבום בכורה מוצלח... לחנים מילים ברמה גבוהה וגיטרות מעולות.

    ראשון ומוצלח.
  • הנוצה שתכריע את הכף לטובה

    אלי מיכה בביקורת הבכורה שלו, מסקר את האלבום החדש של גיל עקיביוב ועובדיה חממה -הנוצה-.

    הנוצה שתכריע את הכף לטובה