מילות השיר:
וזכנו לקבל שבתות מתוך רוב שמחה ומתוך אושר וכבוד ומתוך מיעוט
עוונות, והסר ממנו ומכל בני ביתי כל מיני חולי וכל מיני מדוה, וכל מיני
דלות עניות ואביונות, ותן בנו יצר טוב לעבדך באמת
מאיר דוד פרקש - וזכנו
מקור: זמירות לליל שבת, לחן: לא צויין, ז'אנר: לא צויין.
נמצא באלבום: צדיקים.
yosittt | יום רביעי ט"ז סיון התשע"ו, 22-06-2016 בשעה 00:52צפיות: 2543.
מאיר דוד פרקש
הערות על השיר:
מיט גרויס בענקשאפט האב איך געשפירט פאר וויכטיג צו דערמאנען מיין משפחה, קינדער און אייניקלעך פון
אונזער חשוב'ער זיידע, דער פלאמפייערדיגער חסיד האמיתי ושומר שבת כהלכתו הרה"צ ר' נתנאל בן ר' זאב זצוק"ל פארקאש.
וועלכע איז שוין נישט דא בהאי עלמא פאר א שיינע פאר יארן, אבער די זיידעס השפעה איז ווייט פון
פארגעסן געווארן.
זיין פייער פלאקערט נאך אלץ ביי אונז און זיין רושם איז נאך ניכר, בפרט ווען מיר שרייען אויס די
הייליגע זמירות ודברי ריצוי ותחנונים פרייטאג צונאכטס מתוך אהבה והתרוממת הנפש, אלץ עפענונג פונעם טויער וואו מ'גייט אריין צום הייליגן שבת, און אלץ הכנה צו זיין א כשר'ער עדות לבריאת שמים וארץ ביים קידוש מאכן.
דער זיידע מיט זיין צדקות פלעגט זיך אויסדרוקן מיט בענקשאפט ביים אנהייבן דעם ניגון, "לאמיר זיך גיין דורכרעדן מיטן באשעפער אליין!" דער פלאמפייערדיגער חסידישער איד ביי וועמען שבת האט געברענט, האט אפגעלערנט די הארציגע ווערטער ווי א בן יחיד'ל וואס בעט פון א גוטן טאטן, מען רעדט צום באשעפער מיט א נאנטקייט און אפנקייט.
מען בעט מיט שמחה ווען די נשמה יתרה געט דערהויבנקייט. מען בעט ישועות, אושר, צופרידנהייט,
אזוינע הייליגע און וויכטיגע בקשות.
מיט דעם דאזיגן חשק האב איך גענומען דעם ניגון פון וזכינו לקבל שבתות וואס איך האב געהערט ביים זיידן, עס איבערצוגעבן פאר די וועלט.
צו דעם בענקעדיגן ניגון האב איך צוגעלייגט מיין חלק חזנות איבערצוגעבן רגשי לבבי ווען מ'איז מקבל דעם הייליגן שבת קודש מיט אהבה און שמחה.
צו דעם ניגון איז צוגעפאסט געווארן א פאסיגע תנועה פון אלטע חסידישע הויפן דורכ'ן באקאנטן מוזיקאנט ר' מאיר אדלר הי"ו, וואס בארייכערט דעם גאנצן וזכנו, און וואס ווערט אזוי שיין געזינגען דורכן כאר.
און אזוי, אין א קאמבינאציע פון די אלע דריי תנועות אינאיינעם קומט ארויס א גאר ווארימע ניגון לכבוד שבת קודש. די מוזיק איז אראנזשירט געווארן דורך ר' נפתלי משה שניצלער הי"ו און דעריגירט דורך ר' משה מרדכי ראזנבלום הי"ו.
ביים חזנות שטיקל און ביים זיידן'ס תנועה האט די טאלאנטפולע פיאניסט און מוזיקאנט י. אפטער-
פארקאש צוגעלייגט הערליכע מוזיק.
אלס גאסט סאלאיסט האב איך גענומען מיין טייערן שכן וידיד נאמן, ר' נחום שמשון פרידלענדער הי"ו צו באגלייטן דעם כאר מיט זיין זיסן שטימע און ווארעם הארץ, אלס דער מכה בפטיש ארויסצוברענגען די קאמפאזיציע מיט א שיינע השלמה.
הניגון מוקדש לע"נ זקיני ר' נתנאל בן ר' זאב זי"ע - יום היארצייט י"ז סיון.

עוד באתר:
לכל זמן ועת.
נתנאל לייפר בביקורת על אלבומם החדש של להקת הווקאל המעולה six13 "זמנים"
אלבום שכולו לטובה..
עם צאת אלבומו החדש של הזמר יוסף חיים שוואקי לחניות המוזיקה, מגיש החזן והגראמער יוסלה קלצקין, את רשמיו מהאלבום החדש - "הכל לטובה". קריאה מהנה!
דרוש "גלגל של הצלה"
נתנאל לייפר בביקורת על אלבומו החדש של אומן הרוק היהודי עדי רן "גלגל של הצלה". הוא אוהב את הגיטרות והקלידן ואת הרוח של האלבום אבל חושב שעדי רן מסוגל להרבה הרבה יותר...
השקיפו... אלבום שלישי...
איתן סיטון על האלבום השלישי (אמור להיות רביעי) של ברוך לוין הנקרא "השקיפה", ותגלו מפה עוד כמה פרטים שלא ידעתם או לא שמתם לב. קריאה מהנה.