הרב יוסף משה כהנא - אן ארט פאר די שכינה

מקור: ה. ר. שרייבער, לחן: הרב יוסף צבי ברייער, ז'אנר: לא צויין.

נמצא באלבום: א אידישע מאמע.

yosittt | יום חמישי ח' כסלו התשע"ז, 08-12-2016 בשעה 23:29צפיות: 2153.
הרב יוסף משה כהנא
הרב יוסף משה כהנא
מילות השיר:
א וועלט אין איר פראכט שטייט פארענדיגט ,
אין זעקס טעג מיט חכמה באשאפן ,
די גאנצע יצירה, צום בורא זינגט שירה ,
צוגעשטעלט גענוי אלס וואס זיי דארפן.

זוכט זיך די שכינה דארט אויבן ,
א מקום מנוחה צו קלויבן ,
און געפונט נישט קיין ארט – פון פאסיגן סארט ,
איבער’ן וואסער שוועבט זי אויסגעצויגן.

אדורך פיל יארן געלאפן ,
ביז ענדליך עס האט זיך געטראפן ,
אן ערדישע וואוינונג אזוי דערהויבן ,
אז דארט אין איר זאל קענען רוען דער באשעפער פון אויבן.

א געצעלט אזוי פשוט און איינפאך ,
נישט אין אויסערליכע גלאנץ איז זי רייך ,
אבער טיף אין די הערצער געפונען צוטרוי ,
ביי אברהם און שרה זיין פרוי.

און ווען זי האט די טייג פאר די חלות געמאכט,
א וואלקן פון השראת השכינה מיט דעם געבראכט,
איר שטילע עבודה אין די ווענט פון איר געצעלט,
באשיידן, פון דרויסנדע אויגן פארשטעלט,
ביים אויבערשטן באליבט, אויסדערוועהלט.

דורות עס זענען פארגאנגען ,
די היימען פון די אבות פארלוירן ,
אין גלות ווידער די שכינה געגאנגען ,
איר וואוין-ארט אנגעוואוירן.

אדורך שוין שעבוד מצרים ,
דער באשעפער זיין הבטחה מקיים ,
נאך קבלת התורה, די וועלט איז ווידער זוכה ,
די שכינה קומט, ושכנתי בתוכם.

פאר’ן דור דעה טוט מען געטרויען ,
א משכן לד’ אויפצובויען,
מיט כוונות גאר ריין, געלייגט יעדע שטיין ,
אפצושפיגלען דעם געצעלט פון אברהם אליין.

דער שלחן, די לחם הפנים ,
געדינט האבן אלס סימנים ,
צו יענע ערשטע אידישע טיש ,
וואו די טייג געבליבן איז כסדר פריש.

און דער כהן גדול אינעם קודש הקדשים פארמאכט,
השראת השכינה צווישן אידן צוריקגעבראכט,
זיין עבודה פונקט ווי שרה דארט אין איר געצעלט,
דערהויבן, פון דרויסנדע אויגן פארשטעלט,
ביים אויבערשטן באליבט, אויסדערוועהלט.

דאס בית המקדש ארויף איז אין פלאמען ,
און אינאיינעם מיט אידן צוזאמען ,
וואנדערט די שכינה אין גלות אריין ,
ווידעראמאל קיין ארט אויף די וועלט פאר איר פארהאן.

איין טיר נאך עס שטייט פאר איר אפן ,
טראץ דעם הסתר, איין מקום געטראפן ,
א אידישע היים, א בית נאמן בישראל ,
די שכינה’ס רוה-ארט אויף אלעמאל.

און ווען די מאמע א נאכטמאל מיט שמחה זי גרייט ,
השראת השכינה אין איר שטובעלע זי פארשפרייט ,
איר טעגליכע עבודה אין די ווענט פון איר געצעלט ,
באשיידן, פון כבוד און פרסום פארשטעלט ,
ביים אויבערשטן באליבט, אויסדערוועהלט.

זיי וויסן, אוי אידישע מאמע ,
דו ביסט כלל ישראל’ס נחמה!
אין דיין זכות בקרוב עס קומט שוין צוריק ,
די שכינה פון גלות, דאס בית המקדש מיט גליק.

דיין שטובעלע מיט קדושה און חן ,
וועט קיין ירושלים מיטגיין ,
לנצח נצחים, דיין מקדש מעט ,
אויף אייביג – א בנין עדי עד.
הערות על השיר:
לחן: הרב יוסף צבי ברייער.
מילים: ה. ר. שרייבער.
סולן: הרב יוסף משה כהנא.
סולן ילד: משה מרדכי לייפער.
מקהלת ילדים: Shir V’shevach Boys Choir.

עוד באתר:

  • שירה חדשה- הלב והמעיין מארחים את אביתר בנאי

    נתנאל לייפר על הרכב המוסיקה היהודית "הלב והמעיין" באלבום של ניגונים עתיקים בלבוש חדשני יותר

    שירה חדשה- הלב והמעיין מארחים את אביתר בנאי
  • כמחט בלב החי

    איתן סיטון על האלבום הבכורה של משה הכט הנקרא "Heart is Alive" (הלב חי). אלבום המייחד כמה וכמה סגנונות מוזיקה, קריאה מהנה...

    כמחט בלב החי
  • בובע מעיישס אבל מעניין!

    נתנאל לייפר בביקורת על הדבר הכי חם היום במוסיקה היהודית /חסידית אלבום הבכורה של להקת הבובות החדשה "בובה מעיישס" של שי ברק ונתי שיש בכיכובו של הזמר חנן אליאס. קריאה מהנה.

    בובע מעיישס אבל מעניין!
  • 4X4 ללהקת החבר'ה

    איתי סיטבון בכתבה על האלבום החדש וה"חי" של להקת החבר'ה. קריאה מהנה ומועילה...

    4X4 ללהקת החבר'ה