מילות השיר:
ספעציעלע ניגון "חבל", אהערגעשטעלט אין אנדענק פון האברך היקר משה יודא וויינער ע"ה, וועלכע איז טראגיש אוועקגעריסן געווארן פון זיינע פאמיליע און פריינט, וועלכע זענען נאכאלץ שאקירט און איבערגענומען, נישט קענענדיג גלייבן אז משה איז נישט דא מער!
די ניגון איז פראדוצירט געווארן אין שניצלער סטודיאס • די מוזיק און קווייער איז געווארן אראנדזשירט דורך ר' שלמה וועכטער • געזינגען דורכן הארציגן בעל מנגן ר' שמעי ענגעל • די ניגון איז געווארן געשריבן דורך משה'ס ערשטע קוזין ר' הערשי וויינבערגער .
א ציטער כאפט
מוישי איז שוין נישטא מער
ניין
עס גלייבט זיך נישט.
דאס הארץ פארפעלט א קלאפ דאס צו דערהייבן איז שווער
אוי ניין
א טרער מען פארווישט.
קוים מיט דיר געשמועסט
קוים מיט דיר גערעדט
אוי ניין
ווי ביסטו געגאנגען ווי?.
ווען מיר וואלטן געוויסט
אז מער נישט זיין מיט אונז ער וועט
אוי ניין
אזוי יונג און פרי.
דיין שמייכל דיין גוט ווארט
אין יעדן ארט
גאר א צווייטע סארט
מוישי מיר געדענקען.
דיין גאלדן הארץ
ווען א צווייטן איז שווארץ
געווען מחזק און מערץ
אוי ווי מיר טוען בענקען.
פזמון: חבל חבל
פארלאשן דעם שטראל
מוויינט מיט געוויין
חבל על דאבדין
ולא ולא
די בוסט מער נישטא
אבער.. ולא משתכחין.
חבל חבל
פארלאשן דעם שטראל
מקען נישט פארשטיין
חבל על דאבדין
ולא ולא
די בוסט מער נישטא
אבער.. ולא משתכחין.
משפחה און פריינט האסטו איבערגעלאזט
אוי ניין
מיר וועלן קיינמאל פארגעסן די מאמענט.
מוישי די שמחה! די שמחת החיים וואס געהאט די האסט
ווי שיין
לערנען פון דיר מהאט געקענט.
מוישי, אמונה בטחון מיט אזא תמימות
פול מיט חן
דיין יראת השם.
דיין טיר אלס אפן ברייט
מיט אזא נעימות
אונז אליין
האסטו איבערגעלאזט אין קלעם.
מוישי פארט
בוסט אין א גוטער ארט
געדענק אונז אויך דארט
אוי ווי מיר טוען בענקען.
און פאר דיין משפחה געטריי
אזויפיל צער און וויי
קרבנות צוויי
מפרעגט עד מתי
זאלסטו אונז געדענקען.
פזמון…
מיר ווייסן כל מה דעביד רחמנא לטב
אוי ניין
נישטא קיין צופאל.
אבער טאטע זיי זיך שוין מרחם כרחם אב
אוי ניין
מער נישט דארפן וויינען חבל.
פזמון…
שימי אנגל - חבל
מקור: הרשי ווינברגר, לחן: הרשי ווינברגר, ז'אנר: לא צויין.
נמצא באלבום: לא צויין.
yosittt | יום שישי כ"ב טבת התשע"ז, 20-01-2017 בשעה 10:52צפיות: 2360.
שימי אנגל
עוד באתר:
שבת במשפחה
סקירה על אלבום הבכורה הנעים של האחים לבית ולדמן המבוסס על שירי שבת
גדול השם- מידד טסה
נתנאל לייפר בביקורת מוסיקלית על אלבומו החדש של מידד טסה "גדול השם"
האלבום שגרם לי להפרעות קשב וריכוז...
איתי סיטבון בכתבה מלהיבה ומהנת על אלבומו החדש של הרוקר החרדי אליעזר בוצר. קריאה מהנה...
השקיפו... אלבום שלישי...
איתן סיטון על האלבום השלישי (אמור להיות רביעי) של ברוך לוין הנקרא "השקיפה", ותגלו מפה עוד כמה פרטים שלא ידעתם או לא שמתם לב. קריאה מהנה.