מילות השיר:
ברודער׳ל יא ס'זייער שווער,
באנק און לייד, יסורים אן אויפהער.
טרערן גיסט, די קלעמען שרייט און ברענט,
ווי ביטער די מאמענט,
מיט יאוש הייבט די הענט.
געדענק אז אין יעדן בייזן צער,
פארהאנען איז א לעזונג דערפאר,
אן עצה גאר א גרינגען דא דערביי,
א פשוטער געשריי,
באשטייט פון ווערטער צוויי.
אזוי זאגט אונז דער דברי ישראל,
אידן אלעמאל,
אין יעדן מצב שׁמאָל,
מיט קלעם און וויי,
האבן זיי געשריגן אן א צאל.
די גלות אין מצרים שווער,
ארבעט אן אויפהער,
זיי קענען שוין נישט מער,
סוף כל סוף רחמנות אויפגעוואכט,
דעם טויער אויפגעמאכט,
די גאולה האט עס זיי געבראכט.
פזמון:
א רושם אין הימל עס ווערט,
ווען דער באשעפער ער הערט,
ווי מ׳שרייט "טאטע העלף,"
אין וועלעכע מצב דו שטייסט,
זוכסט א ישועה א טרייסט,
געב א שריי "טאטע העלף."
"טאטע העלף".. און דו ביסט א געהאלפענער!
"טאטע העלף".. און דו ביסט א געהאלפענער!
שטייט א איד, פונעם אייבערשטן קלערט,
שווערע געדאנקען איהם צושטערט,
מבולבל ווערט ער דורך די ס"ם,
זאגט אונז דער בעל שם,
ווי גיט מען זיך א נעם.
זאגט דער צדיק זכותו יגן עלינו,
געב א שריי 'אבי הושיענו',
אלע מקטריגים דו אפשטילסט,
בקשות דו ערפילסט,
קענסט פויעל׳ן וואס דו ווילסט.
הלוואי ווען דו וואלסט ווען געוויסט,
ווי שטארק דער בורא גלוסט,
ווען שרייען דו טוסט,
ער בעהט ביי דיר, שריי צו מיר,
און העלפן וואלט איך געמוזט.
ווי ביים עקידה, ויאמר אבי,
זאגט הקב"ה, יא - ׳הנני בני.׳
אין יעדן דור רחמנות אויפגעוואכט,
דעם טויער אויפגעמאכט,
די גאולה אט אט שוין עס בראכט.
פזמון
אזוי פיהל צרות אומעטום,
מחלות אן א סכום,
קוק זיך אויף אונז אום,
טאטע העלף, זיבעציג וועלף,
נעמט דיין שעפעלע ארום.
אור חדש על ציון תאיר,
נאך צוויי טויזענט יאר,
וועט זיך אנזעהן קלאר,
אז אין יעדן דור רחמנות אויפגעוואכט,
דעם טויער אויפגעמאכט,
און דאס האט די גאולה אונז בראכט.
פזמון
יעצט ווען דעי עצה דו ווייסט,
דעי צוויי ווערטער וואס דאס הייסט,
ווערן פון שלעכטס אויסגעלייזט,
דאס מיטנעמען אייביג דו גייסט,
אין וועלעכע מצב דו שטייסט,
זוכסט א ישועה א טרייסט,
געב א שריי "טאטע העלף."
"טאטע העלף"
..און דו ביסט א געהאלפענער!
מנחם מושקוביץ - טאטע העלף
מקור: מוטי אילאוויטש, לחן: מוטי אילאוויטש, ז'אנר: לא צויין.
נמצא באלבום: שמו של מלך | Shmoi Shel Melech.
yosittt | יום שישי ח' טבת התשע"ז, 06-01-2017 בשעה 10:19צפיות: 2359.
מנחם מושקוביץ
הערות על השיר:
Composed, Lyrics and Featuring:
Motty Ilowitz
Music Arranged:
Yaron Gershovsky
ראיון ומקורות:
הרב יוסף מרדכי וואגשאהל שליט״א.
Composed, Lyrics and Featuring:
Motty Ilowitz
Music Arranged:
Yaron Gershovsky
ראיון ומקורות:
הרב יוסף מרדכי וואגשאהל שליט״א.
עוד באתר:
אין כמו לדבר תכל'ס...
נתנאל לייפר בביקורת על אלבומו החדש והמסקרן של יהודה דים "תכל'ס".
וחושב שבתכל'ס.. זהו אלבום מושקע ומעניין שבהחלט שווה האזנה מומלץ יחד עם חוברת המילים.
מרשם לשלווה מוסיקלית
נתנאל לייפר נרגע עם אלבום הבכורה של הזמר יצחק בינשטוק "את פניך אבקש"
מהודו ישר אל הלב
ביקורת מוסיקה על "מהודו לה'" אלבומו של הזמר והיוצר חגי רוסנק
בשבילי הפרדס-נתנאל לייפר על להקת הרוק המעולה ''פרדס''
נתנאל לייפר בביקורת בלעדית על אלבום הבכורה של להקת הרוק המצוינת "פרדס"