מילות השיר:
געסעלעך, הייזער, חדרים’לעך ,
רייכערע, מיטעלע, ארעמ’לעך ,
פול קיין עין הרע מיט קינדערלעך ,
קליידעלעך, הויזעלעך, ווינדעלעך
מיידעלעך, קלענערע, גרעסערע ,
איינס פון די אנדערע בעסערע ,
אינגעלעך, ברעקעלעך, פיצעלעך ,
יארמולקעס, פאות’לעך, ציצית’לעך.
גייען אום קינדערלעך און מען לאכט ,
טאטע און מאמע “געשטראפענע” ,
וואויל די עלטערן וועלכע ווערן אזוי “באשטראפט”
אז מען דארף אויפשטיין אין האלבע נאכט ,
גייט מען אום שטענדיג פארשלאפענע .
און אז עס ווערט גרעסער א אינגעלע ,
און עס ווערט גרעסער א מיידעלע ,
טראגט ער דעם ברודער’לס הויזעלעך ,
טראגט זי די שוועסטערקע’ס קליידעלע.
און קיינער קיין כח שוין לאנג נישט האט ,
פון יעדע קלייניקייט עסן זיך ,
הערט מען א קינד זאגט “ד’ אחד” ,
און אלע פארדרוסן פארגעסן זיך .
דער בורא זאל שענקען די זונדעלעך ,
און געבן די ריכטיגע מיטעלעך ,
אז פון די קליינינקע קינדערלעך ,
זאל אויסוואקסן עהרליכע אידעלעך.
אדורך וועט א יאהר נאך א יאהר’עלע ,
די מיידעלעך וואשן שוין שיסעלעך ,
די אינגעלעך לערנען גמרא’לע ,
די מאמע, זי רוהט שוין צוביסעלעך .
און שפעטער די קינדערלעך ווערן גרויס ,
די יאהרן, זיי ווערן געלאסענע ,
כמעט אלע חודש א פרייד אין הויז ,
א ברית, א בר מצוה, א חתונה.
און שפעטער זיי ווערן שוין אלטע לייט ,
צופלויגן זיך אלינקע קינדערלעך ,
אוי! וועט מען בענקען נאך אט די צייט ,
נאר פאר די קליינינקע ווינדעלעך ,
הייזער, חדרים’לעך, קינדערלעך ,
הויזעלעך, קליידעלעך, ווינדעלעך ,
טאטע און מאמע, זיי וואשן זיי ,
זיידע און באבע, זיי קושן זיי.
הרב יוסף משה כהנא ומשה שטעקל - קינדערלעך
מקור: ר’ יו”ט ערליך, לחן: ר’ יו”ט ערליך, ז'אנר: לא צויין.
נמצא באלבום: א אידישע מאמע.
yosittt | יום חמישי ח' כסלו התשע"ז, 08-12-2016 בשעה 23:25צפיות: 3119.

הרב יוסף משה כהנא
הערות על השיר:
חיברו: ר’ יו”ט ערליך
סולן: משה שטעקל
סולן ילד: ישעי’ פערענץ, יוסי ווייס
מקהלת ילדים: MK Studio.
חיברו: ר’ יו”ט ערליך
סולן: משה שטעקל
סולן ילד: ישעי’ פערענץ, יוסי ווייס
מקהלת ילדים: MK Studio.
עוד באתר:
לקרוא, לרקוד ולקבל 'אורות'...
החזן והגראמער יוסלה קלצקין בכתבה מיוחדת על אלבומו האחרון של הזמר והגראמער ישראל אדלר - "אורות". קריאה מהנה!
ששש... הקונצרט מתחיל!
כתבה מוסיקלית על אלבום הבכורה של הזמר בצלאל [צאלי] גאלד "אהבה רבה".
קריאה מהנה!
לא פתור...
נתנאל לייפר על אלבום הבכורה המסקרן של איתו קלינמן "עומד להשתנות"
שלומי גרטנר- והתקין
יעקב מנשה, בסקירה על אלבומו השלישי של הזמר שלומי גרטנר