מילות השיר:
איך, דער גרויסער אביגידור ,
פארצייל ענק א סיפור פון נעכטן ,
א מעשה מיט א פריז’ידער ,
וואס איך בין געגאנגען פארעכטן.
איך געב דעם פריז’ידער א רוק ,
איך בייג זיך אראפ כאפן א בליק
די רערן און די שרויפן ,
איך זעה נאר שטויב א הויפן.
אנגעזאמלט, שטויב פארמערט ,
אויף דעם פריז’ידער און ערד ,
איך קוק ארויף, דארט שטייט-זי,
ווי געבט מען זיך אן עצה?
די באלאבאסטע בלאס און גרין ,
מיט בושה קוקט זי אהין ,
זי ווארט אפשר מאך איך א ויצא,
ווי געט מען זיך א עצה?
איך בין אין אסאך הייזער געווען ,
פיינע, אידישע שטובער געזעהן ,
אמאל איז טאקע נישט פארשטויבן ,
אונטערן פריז’ידער און
אפילו נישט פון אויבן ,
אבער אין ערגעץ קיין איין מאל ,
טוט נישט גלאנצן איבעראל.
ביי איינעם גלאנצט יעדעס ווינקל,
אבער די קינדער’ס אויגן איז טונקל,
ביים צווייטן גלאנצט זייערע אויגעלעך,
און זיי זענען פריילעך און טויג’ליך.
אוי....
מ’דארף וואשן, קאכן, און רוימען ,
ריין האלטן זיך נישט פארזוימען ,
ס’איז נישט קיין חסרון קיין פארלוסטע ,
ס’איז גוט צו זיין א באלעבאסטע.
אוי....
זיי זענען אבער נישט קיין רוימערקעס ,
און אויך נישט קיין וועשערקעס ,
דו ביסט א אידישע מאמע
א אידישע מאמע!
ס’זייער וויכטיג זיך צו מיען ,
פרייליכע קינדער צו ערציען ,
אידישע קינדער בדרך ישרה ,
דאס איז די ציהל די מטרה.
רוימען קאכן איז נאר א מיטל ,
נישט אבער ווערן צו דעם מבוטל ,
פון די גאס נישט ווערן צומישט ,
וואס איז וויכטיג און וואס איז נישט.
ביי איינעם גלאנצט יעדעס ווינקל,
אבער די קינדער’ס אויגן איז טונקל,
ביים צווייטן גלאנצט זייערע אויגעלעך,
און זיי זענען פריילעך און טויג’ליך.
אהא....
מ’האט געפרעגט דעם חזון איש ,
וויפל מוז א שטוב זיין אויסגערישט ,
האט ער געזאגט זיין שיעור ,
ווילאנג מען קען נאך עפענען די טיר.
אוי....
מ’דארף זיך נישט לאזן צוקלאפן ,
ווער זאגט אז אלעס מוז קלאפן?
לויט דיינע כוחות טוה זיך פירן ,
מיט דיין וועג טוה שטאלצירן!
לאז דיינע קינדער שפילן מיט הנאה ,
לאנגע יארן וועט זיין די השפעה ,
זייער שמחה וואס דו פלאנצט ,
דאס איז די אמת’ע אידישע גלאנץ.
דורות פון נחת וועט דיר שטראמען ,
מער ווי אלע וואשן און רוימען ,
די גאלדענע קייט וועט זיך ציען גליקלעך ,
אי”ה פרייליכע אייניקלעך.
איך קען ענק דערציילן מעשיות וואכן ,
אבער א פריז’ידער שטייט דא צובראכן ,
לאמיר שנעל עס פארעכטן פלינק ,
צוריקשטעלן אין ארדענונג.
א שיינעם דאנק ר’ אביגדור!
הרב יוסף משה כהנא ויואל פאלקאוויטש - א מעשה מיט א פריז’ידער
מקור: הרב יוסף משה כהנא, לחן: ניגון איש חסיד - בעלזא, ז'אנר: לא צויין.
נמצא באלבום: א אידישע מאמע.
yosittt | יום חמישי ח' כסלו התשע"ז, 08-12-2016 בשעה 23:00צפיות: 5511.
הרב יוסף משה כהנא
הערות על השיר:
סולן: יואל פאלקאוויטש.
מקהלת ילדים: MK Studio..
סולן: יואל פאלקאוויטש.
מקהלת ילדים: MK Studio..
עוד באתר:
סימן טוב
נתנאל לייפר בביקורת על אלבום הבכורה המשובח של אבישי רוזן "תן לי סימן". מציין את ההפקה האיכותית ואת זה שכן... הוא רק נראה ילד...
אמאאאאאא ספירת העומר.... :- )
נתנאל לייפר בכתבה משנה שעברה מתכונן לספירת העומר... וממליץ על הלהקות הטובות בעיניו במוסיקה הווקאלית.
Classic Storm - כשמו כן הוא...
אחרי זמן מה שלא כתבתי, חזרתי לכושר עם אלבום שנתן לי הרבה כוח להמשיך לכתוב, של שני אומנים, אב ובן, שהפיקו משהו מעניין במינו - מנגינות קלאסיות בעיבוד מודרני... קריאה מהנה ונעימה...
אבי בן ישראל מחכה ל(גי)נס..
אבי אברהם בביקורת מיוחדת על האלבום מחכה לנס של הזמר אבי בן ישראל.