מילות השיר:
א בנין עס שטייט ,
פון ציגל און פון ליים ,
און דורך די יארן ,
געווארן אונזער היים.
געווען איז עס ערשט ,
בלויזע ווענט פון שטיין ,
געקומען טאטע מאמע ,
געמאכט דערפון א היים.
פזמון:
היים אונזער היים,
עס ווארעמט די נשמה,
היים ליבער היים,
אן ארט פון נחמה.
היים הארציג היים,
אויפן שויס פון טאטע מאמע,
א אידישע היים,
אונזער שטובעלע....
אין קעכל ביי אונז ,
איז אלעמאל ווארעם ,
די מאמע ביים פלאם ,
קאכט זיך א געקעכטס.
ביים שבת’דיגן טיש ,
ווי מלכות’דיגע הארן ,
דער טאטע מיט די ברודערלעך ,
זינגען מיט א ברען.
היים אונזער היים ,
די ווינקלען טוען שמייכלען ,
היים ליבער היים ,
ווי פיל טוט זי פארציילן ,
היים הארציג היים ,
טויזנטער געפילן ,
א אידישע היים ,
אונזער שטובעלע....
שטייט זיך א וויגל ,
פון העלצעלעך געמאכט ,
אהין און צוריק ,
וויגט זי אין די נאכט.
זינגט זיך א ליד ,
און בעט זיך שטיל א תחינה ,
אן ערליכע שטוב ,
רוהען זאל די שכינה.
פזמון...
פון פענסטער עס רוישט ,
א טומל, א גערודער ,
עס לעבט און עס לאכט ,
א גרויסע שיינע וועלט.
מיר דארפן נישט מער ,
ווי שוועסטערלעך און ברודער ,
אונזער גרעסטע פארמעגן ,
דא אין אונזער שוועל.
פזמון...
הרב יוסף משה כהנא וזאנוויל וויינברגר - ליבער היים
מקור: ל. מאסקאוויטש, לחן: ר’ יו”ט ערליך ז”ל, ז'אנר: לא צויין.
נמצא באלבום: א אידישע מאמע.
yosittt | יום חמישי ח' כסלו התשע"ז, 08-12-2016 בשעה 22:54צפיות: 2854.

הרב יוסף משה כהנא
הערות על השיר:
סולן: זאנוויל וויינברגר.
סולן ילד: ישעי’ פערענץ.
מקהלת ילדים: MK Studio..
סולן: זאנוויל וויינברגר.
סולן ילד: ישעי’ פערענץ.
מקהלת ילדים: MK Studio..
עוד באתר:
פסיפס מושלם
נתנאל לייפר בביקורת שטופת נוסטלגיה על אלבומו של מיקי רוזנבאום "פסיפס". גם רגוע גם מאתגר הייתכן??
פיוטים כי על איכות לא מתפשרים
נתנאל לייפר בביקורת על אלבום הפיוטים המוצלח והמעניין של פורת נוב ואורחים רבים. פרוייקט שכולו כבוד לפיוטים.
שר ישר אלינו....
שר אליך- איתן סיטון על אלבום הבכורה של חיים בר.
טוב השם, לכל...
איתמר מאיר בביקורת מוזיקה על אלבום הבכורה של הזמר שאולי וולדנר "טוב השם" קריאה מהנה ומועילה!