מאיר דוד פרקש - על הצדיקים

מקור: מוטי אליוביץ, לחן: מוטי אליוביץ, ז'אנר: לא צויין.

נמצא באלבום: צדיקים.

yosittt | יום רביעי ט"ז סיון התשע"ו, 22-06-2016 בשעה 00:33צפיות: 3103.
מאיר דוד פרקש
מאיר דוד פרקש
מילות השיר:
אין סידור'ל זעט ער, ביי שמו"ע בעט ער
דריי מאל א טאג דריי,
בעט מען א ברכה אויף דעם,
על הצדיקים, ועל החסידים, ועל זקני
ושים חלקנו עמהם.

על הצדיקים ועל החסידים ועל זקני בעט מען דעם
אלקי אברהם, די אידן זענען הייליג - איך וויל האבן
א חלק, זיין אזויווי זיי ושים חלקנו עמהם.

פזמון:
צדיקים זענען דא אין יעדן דור
פונקט ווי ס'איז אלעמאל געווען,
דערקענען, ווער זיי זענען, דארף מען נאר
און דורך תפילה וועט דאס געשען.
כבוד, פרסום, איז נישט די מקור
נאר יעדער קען זוכה זיין דערצו,
'ושתלם בכל דור ודור'
פארזיכערט פון הקדוש ברוך הוא.

'תחתונים למעלה ועליונים למטה'
צוקומען צו דיין הילף דארף איך, טאטע.
די וועלט איז צומישט,
אליין ווייס איך נישט,
ווער ס'איז דיר באמת געטריי.

וועגן דעם בעט איך דיר די תפילה,
ביי דעי ברכה, דאס איז מיין פעולה.
די ערליכע אידן,
וואס מאכן דיר צופרידן,
זוכן און געפינען זאל איך זיי.

פזמון:
צדיקים זענען דא אין יעדן דור,
פונקט ווי ס'איז אלעמאל געווען,
דערקענען, ווער זיי זענען, דארף מען נאר
און דורך תפילה וועט דאס געשען.
כבוד, יחוס, איז נישט די מקור
נאר יעדער קען זוכה זיין דערצו,
'ושתלם בכל דור ודור'
פארזיכערט פון הקדוש ברוך הוא.

על הצדיקים ועל החסידים ועל זקני ,
בעט מען דעם אלקי אברהם,
די אידן זענען הייליג - איך וויל האבן א חלק,
זיין אזויווי זיי,
ושים חלקנו עמהם.

טראכט נאר בלבבי – דער גרויסער שמואל הנביא
דער קדוש, הייליג און ריין,
שקול כמשה ואהרן,
נישט געטון די פעולה – פון בעטן א תפילה
געמיינט אז ווייסט אליין,
און ער טוט זיך טאקע ביטער אפנער'ן.

די באקאנטע מעשה שהיה,
שמואל קומט צו ישי'ן אין געצעלט,
ער טראכט צו זיך 'אנכי הראה',
ווער פארן אייבערשטן געפעלט.

זיבן מאל איז ער זיך טועה,
ביז מען ברענגט דוד'ל פון פעלד,
ער איז גאר דער מלך, דער רועה,
דער גרעסטער צדיק אויף דער וועלט.
ווען ער וואלט ווען געבעטן א תפילה ,
פונעם רבונו דעלמא כולא.

דער באשעפער זאל אים צייגן,
אויף וועמען ער זאל לייגן,
די שמן המשחה דערויף.

וואלט דער בורא באלד געוויזן דעם הייליגן גייסט,
ווייל ווער ס'איז דער עכטער צדיק נאר דער בורא ווייסט,
דער מענטש האדם, איז יראה לעינים
נאר וה' יראה ללבב".

איך בעט יעצט דא בעמידה ,
ולהוי אנא פקידא.

בגוי צדיקיא, מיט צדיקים די געטרייע,
למרחם, מיט סייעתא דשמיא.

פזמון:
הערות על השיר:
דריי מאל א טאג זענען מיר מתפלל פאר די וואוילזיין פון די צדיקים וחסידים. אבער
מען דארף זיך אפשטעלן טראכטן אויף דעם "ושים חלקנו עמהם". די אנשי כנסת
הגדולה מאכן אונז בעטן אז אז מיר זאלן האבן א קשר צו צדיקים, און ווערן אזוי ווי
זיי. מיר זאלן זעהן די צדיקים און זיך מדבק זיין אין זיי ביז מיר ווערן אליין צדיקים. די
"ויאמינו בה' ובמשה עבדו" האט זיך נישט אפגעשטעלט ביי משה רבינו, נאר מיר
מוזן האבן קשר צו צדיקים בכל דור. און דורך די אמונה במשה עבדו בכל דור, ווערט
מען נאנטער צו אמונה בה'.
צו צופאסן די ריכטיגע הרגשה פאר די תפלה "ושים חלקנו עמהם", האב איך
געזוכט די פאסיגע כלים עס צו מלביש זיין אין שיינע גראמען און א פרייליכע
ניגון. האב איך זיך געוואנדן צום באקאנטן בעל מנגן, ר' מאטי אילאוויטש הי"ו, און
נאכן אינאיינעם עוסק זיין אין די משמעות פון "ושים חלקנו עמהם" האבן מיר
אהערגעשטעלט די ווערטער און מעלאדיע וואס טייטשט אזוי שיין אפ די הייליגע תפלה. די מוזיק איז געשריבן געווארן דורך ר' נפתלי משה שניצלער הי"ו..

עוד באתר:

  • האלבום שגרם לי להפרעות קשב וריכוז...

    איתי סיטבון בכתבה מלהיבה ומהנת על אלבומו החדש של הרוקר החרדי אליעזר בוצר. קריאה מהנה...

    האלבום שגרם לי להפרעות קשב וריכוז...
  • פסיפס מושלם

    נתנאל לייפר בביקורת שטופת נוסטלגיה על אלבומו של מיקי רוזנבאום "פסיפס". גם רגוע גם מאתגר הייתכן??

    פסיפס מושלם
  • פרוייקט של אמונה

    איתי סיטבון בקאמבק אחרי שנה בערך של שתיקה על אלבומם החדש של הפרוייקט של רביבו – אמונה. מה מיוחד באלבום, הנתון שהכי בולט ששווה בשבילו להאזין לאלבום, ומה הוא בכלל חושב על סטטיק ובן אל?

    פרוייקט של אמונה
  • פסח כבר פה...

    נתנאל לייפר בביקורת על אלבום החג החדש של אומן הקלרינט חיליק פרנק "פסח בירושלים"

    פסח כבר פה...