מילות השיר:
א יונגע מאמע מיט א שטוב מיט קליינע קינדער
נעבעך אזוי יונג איז זי אוועק
א טרויער עס דערקענט זיך אויף יעדן באזונדער
אין גאנצן שטאט א פחד און א שרעק
ביי די טעג פון שבעה מ’קומט פון איבעראל
יעדער קומט צו די משפחה דארט,
באקאנטע גוטע פריינד און אויך גדולי ישראל
יעדער וויל געבן א טרייסט-ווארט
א ירושלימ’ער צדיק קומט אין שטוב אריין
ער וויל די אלמן די יתומים מנחם אבל זיין
א קליין מיידל קומט צום צדיק קומט אנטקעגן
רבי איך וויל אייך א שאלה פרעגן
אונז זיצן דא די גאנצע משפחה צוזאמען
יעדער קען עפעס טוהן פאר די נשמה פון מיין מאמען
איך בין נאך זייער קליין רבי קלער דערין
פאר די נשמה פון מיין מאמען וואס זאל איך טוען?
איך בין גרייט זיך אוועקצוגעבן מיטן גאנצן כח
אז מיין מאמע’ס נשמה זאל אנקומען גאר הויעך
איך האב איר ליב אזוי שטארק אן א שיעור
איך וויל עפעס טוען פאר איר
דער צדיק זאגט נעם דיך אונטער א מנהג גאר גאר שיין
אז איידער עסן אדער טרינקען וועסטו גיין
מאך זיכער אז איינער זאל נעבן דיר שטיין
און קלאר הויעך נאכזאגן “אמן”
חדשים לאנג האט דאס קינד אכטונג געגעבן
אז איידער זי האט געמאכט א ברכה
אז איינער זאל כאטשיג זיין דערנעבן
און ענטפערן “אמן” כהלכה
איין טאג זי גייט אין שולע זי פילט זיך דארט נישט גוט
זי וויל טרינקען א גלעזל וואסער אבער נאר איין מינוטמען האט איר גלייך געשיקט אהיים
זי איז אליין ווער וועט זאגן “אמן”?
נישט עובר זיין אויף דעם וואס כ’האב זיך אונטערגענומעןאיך וועל ווארטן אביסל ביז איינער וועט אהיימקומען
זי ווארט 3-2 שעה אין שטוב אליין
קיינער קיינער קומט נישט אהיים
נאך א שעה און נאך א שעה דארשטעריג זי ווארט
א קליינע יתומה שטייט און ווארט אזוי פאר’צער’ט
זי הייבט אן צו וויינען מאמע מיט א גרויסע בכיה
פאר דיין נשמה זאל דאס כאטשיג זיין אן עליה
שפעט נאכמיטאג א שוועסטער קומט שוין אהיים
זי מאכט א ברכה און די שוועסטער ענטפערט “אמן”
א ברכה אן אמן פון יתומות מיט כוונה
ושמעתי כי חנון אני
זי לייגט זיך שלאפן אזוי ווי עס קומט די נאכט
א מורא’דיגע חלום האט זיך פאר איר געמאכט
די מאמע זאגט שעפעלע איך האב געזען דיין צער
זאלסט וויסן ווי גרויס איז דיין שכר
דיין ברכה און דיין שוועסטערס אמן האט געמאכט א טומל
עס האט געשפאלטן די שערי רחמים אויבן אין הימל
בזכות דיין אמן האסטו גע’פועל’ט א ישועה
פאר דיין חבר’טע גע’פועל’ט א רפואה
זאלסט וויסן אז אין דיין כיתה איז דא א קינד
וואס מען האט יענע וואך אנדעקט אז זי איז זייער נישט געזונט
די דאקטורים ווייסן נישט וואס זיי קענען טוהן
ס’איז ליידער נישט דא קיין מעדעצין
דיין ברכה און די “אמן” האט געברענגט א רפואה
דיין מסירת נפש פאר “אמן” האט געברענגט א ישועה
די עלטערן גייען נאכאמאל צום דאקטער מיטן קינד
וואס וועט זיך וואונדערן אז זי איז אינגאנצן געזונט
דאס קינד שטייט אויף צופרי זי האט זיך גלייך צוגעאיילט
פאר איר טאטן די שרעקליכן חלום האט זי דערציילט
טאטע טאטע צום צדיק לאמיר צוריקגיין
זען צו דער חלום איז אמת אדער ניין
דער צדיק זאגט מען זאל צום קינד אין שטוב דארט גיין
וועט עטץ זען צו די חלום איז אמת יא אדער ניין
אזוי ווי זיי קומען אין שטוב נאר דארט ארויף,
מען זינגט חסדי ה’ כי לא כלו רחמיו
ס’איז נישט קיין ספק די אמן האט געברעגנט א ישועה
די אמן פון א קליין קינד האט געברענגט א רפואה
חסדי ה’ כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו
אמן ברענגט השפעות לרוב
יונתן שווארץ ושרגי ליכטער - דער כח פון אמן
מקור: יונתן שווארץ, לחן: ליפא פרידמן, ז'אנר: חסידי - יידש.
נמצא באלבום: אמן ואמן.
Siton | יום ראשון ב' אדר התשע"א, 06-02-2011 בשעה 21:22צפיות: 6288.
יונתן שווארץ
עוד באתר:
ה"שרגימיק" החדש מבית טיברג...
אבי אברהם בסיקור על אלבומו החדש של שרגי גשטטנר. קריאה מהנה!
תהילה למזרח
עם פתיחת עונת הבקשות והחורף הבעל"ט החלטנו להאיר על יוזמה מבורכת המשתמשת בכוחה של המוסיקה שהשפעתה העצומה על הנפש ידועה. מכון תהילה למזרח של הרב שמעון כהן ביוזמה מבורכת למען הנוער וחובבי המוסיקה
ברוך הוא וברוך שמו
נתנאל לייפר בביקורת על אלבומו החדש והחביב שבו מארח הרב ברוך צ'ייט "תהילה לדוד" מגדולי המלחינים במוסיקה החסידית זמרים לשיר את שיריו. אולי פשוט מידי בהתחלה אך זורם ונעים יותר עם כל השמעה נוספת.
אוסף ניצוצות ישן אבל חדשני ...
נתנאל לייפר על אלבומו של היוצר ונגן כלי ההקשה יצחק אטיאס "אוסף ניצוצות" ש25 שנה לא מורגשים עליו כלל...