מילות השיר:
משל:
אינמיטן וועג אויף א שטיין
אויסגעמוטשעט זיצט ר’ יענקל אליין,
ער וואנדערט שוין יארן ארום
זוכן פרנסה אומעטום
אין ווייטע שטעט און לענדער,
אזויפיל צייט שוין פאברענגט
נאך זיינע קינדערלעך זיין הארץ בענקט
אן קיין פרוטה דערזעט ער זיך צום ענדע.
ער קוקט אויפן ערד און זעט איבעראל
שיינע שטיינער וואלגערן זיך אן א צאל,
עס קומט אים אויפן געדאנק
פאר די קינדערלעך א שיין געשאנק
כאטש עפעס ברענגען פונעם וועג,
אפאר שטיינער קלויבט ער אויס
און לאזט זיך אויפן וועג ארויס
ער שלעפט זיך אהיים וואכן און טעג.
אינמיטן וועג ער פאלט אראפ אן מאכט
אויסגעהונגערט אזוי אפגעשוואכט
פליצלונג זעט ער איינעם מיט עסן אנקומען
אבער יענער בעט דערפאר בלויז מזומן.
איך האב נישט קיין פרוטה, איך בין ממש לער
נאר אפאר שטיינדעלעך און נישט מער,
זעה מיין מצב ווי שמאל איז
ראטעווע מיר וויינט ער מיט יללות.
איך האב נישט קיין געלט, איך בין ממש לער
נאר אפאר שטיינדעלעך און גארנישט מער,
האב רחמנות אויף מיר און זעה מיין נויט
נעם עס, און געב מיר אביסל ברויט.
ענדליך אפאר וואכן שפעטער
זיין שטעטעלע זיין היים אט אט דערזעט ער,
די קינדערלעך פונדערווייטן
לויפן שנעל צום טאטן
די שמחה איז דארט זייער זייער גרויס,
טאטע געב אונז ברויט און וואסער
ס’איז אבער ליידיג די קאסע
ס’איז געווארן פינסטער אין הויז.
זיי וויינען טאטע וואס האסטו דארט געטוהן
צו וואס דען ביסטו געפארן אהין,
פליצלונג איין קינד באמערקט אין די זעק
א קליינע שטיינדעלע דארט פארשטעקט
צום סוחר ער לויפט שנעל צו ווייזן,
דער סוחר ווערט אינגאנצן פארגאפט
די שטיינדעלע איז ווערד א הון רב
לאנגע יארן קען עס ענק שפייזן.
די קינדערלעך זיי אלע טאנצן מיט פרייד
אבער דער טאטע אין א ווינקעלע ער שטייט,
טרערן גיסן פון די אויגן אן א שיעוםר
הלוואי וואלט איך געוואוסט פון פריער,
איך וואלט ווען געקליבן אסאך אסאך מער
היינט וואלט איך געוועזן א גרויסער מיליאנער,
אבער יעצט קען איך נישט צוריק גיין אהין
חבל חבל על דאבדין.
פאר אביסעלע ברויט ווי אזוי האב איך געקענט
ארויסלאזן אזא פארמעגן פון מיינע הענט,
אוי א שאד וואס האב איך דא געטוהן
חבל חבל על דאבדין.
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא
נמשל:
דער מלך שוכן עד
שוקט אראפ די נשמה ווייט,
פונעם בורא אליין
מכסא נחצבה
לגור בארץ ערבה.
זי פארט אויף ווייטע וועגן
איינצוהאנדלען א גרויס פארמעגן,
אוי מצוה’לעך קונה זיין
כל כל זמן
שהנשמה בקרבי.
אנגעלאדנט אויפן פלייצע
די שווערע מלחמת היצר,
מיט פרנסה דאגה’ט מען
שטענדיג פארנומען
פארגעסט אויף וואס זי איז געקומען.
יארן לויפן פארביי
זי געט זיך קוים א דריי,
ואתה עתיד
עס קומט שוין די מינוט,
ליטלה ממני.
די צייט קומט, מ’פרעגט נישט קיין שאלה
ער שטייט שוין פארן בי”ד של מעלה,
די מלאכי חבלה, מיט א בהלה
ברענגען עבירות פולע זעק,
זיינע אלע חטאים, עונות ופשעים
אויפן וואגשאהל שטעלט מען אוועק.
אין דער זייט די מלאכי רחמים
ברענגען אפיר זיינע זכותים
אזוי ווייניג אין צאל, אויפן וואגשאהל
זיי שטייען נאך אויבן למעלה,
די בושה איז גרויס,
ער האלט עס נישט אויס
פארברענגט זיינע יארן אלע.
שטייענדיג פארציטערט אויפן פסק
זעט ער מ’שלעפט נאך א זאק,
צו די מצוות מ’לייגט עס צו
עס געט זיך שוין א ריר
ס’גייט שוין מטה מטה,
זיינע אלע אמן’ס, יהא שמיה רבא
זכותים פארן עולם הבא
די מצוות האבן שוין כמעט
איבערגעוואויגען די שלעכטע צד
אבער ס’איז נישטא מער, מ’קען נישט גיין ווייטער.
אוי אוי אוי וויינט ער בדמעות
פארברענגט מיינע טעג מיינע שעות,
וויפיל אמן’ס געוואלגערט אויף דער ערד
כ’אב נישט פארשטאנען זייער ווערד,
ווען איך זאל ווען פארשטיין
די מעלה פון אמן
וואלט איך גלייך אין גן עדן אריין,
אוי לאמיר שרייען פארן מאזין שועה
אוי אמן יהא שמיה רבה,
כל העונה אמן
יהא שמיה
א יוד געט הויך א געשריי,
פותחין לו,
שערי
שערי גן עדן.
שרגא געשטעטנער ויהושע ארי’ מאנדל - גאלדענע ברעקלעך
מקור: יואל ברוך ווייס, לחן: ר’ משה גאלדמאן ז”ל, ז'אנר: חסידי - יידש.
נמצא באלבום: אמן ואמן.
Siton | יום ראשון ב' אדר התשע"א, 06-02-2011 בשעה 20:40צפיות: 4637.
שרגא געשטעטנער
עוד באתר:
עוף או שניצלר?
"עוף או שניצלר?".. אבי אברהם מנסה לאבחן את תופעת אלבומי החתונות שממציאים את עצמם כל שבוע מחדש ולמצוא אלבום חתונה קצת שונה ולטובה - "די חתונה" של מיכאל שניצלר..
ראיון עם הזמר אייל טויטו (מצולם וגם כתוב)
איתן סיטון נסע לרחובות בשביל לראיין את האומן אייל טויטו, קריאה/צפיה מהנה...\n(צילום: נוריאל רחמים).
אברהם אבוטבול ז"ל - אברהם היה אחד
קווים לדמותו ולזכרו של אחד המוסיקאים הגדולים במוסיקה היהודית מקורית, הזמר והיוצר אברהם אבוטבול ז"ל (בית הקדושה, כוכבי אור, האר לי משם),"בן ברוך" מאושפזין.
בא לברך.. נתנאל לייפר על ''המברך יתברך'' של יואלי גרינפלד
נתנאל לייפר על אלבום הבכורה של הזמר החסידי יואלי גרינפלד "המברך יתברך"